געזאלין פרייזן קענען פאלן צו ביליגער ווי פיר דאלער פער גאלאן קומענדיגע וואך אלס רעזולטאט פון מידטוירם וואלן
אַמעריקאַנער גאַזאָלין פּרייזן קענען פאַלן אונטער 4 דאָלער א גאַלאָן נעקסטע וואָך, צום ערשטן מאָל זייט דזשוליי, לויט ענערגיע מאַרקעט אַנאַליסטן.
די דורכשניטליכע נאַציאָנאַלע פּרייז פּער גאַלאָן האַלט היינט ביי 4 דאָלער און 6 צענט א גאַלאָן, וואָס איז מיט 27 פּראָצענט ביליגער וואו עס האָט געהאַלטן א חודש צוריק.
דאָס קומט צוליב וואָס די פּרייזן פון אויל אויף די מאַרקעטס זענען געפאַלן שטאַרק, אַלס רעזולטאַט פון די מידטוירם וואַל רעזולטאַטן, וואָס ברענגט אינוועסטירער צו גלייבן אַז טראָמפּ וועט נישט באַנייען די איראַן מלחמה.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



