Thursday, November 5, 2026Thu, Nov 5Updated 11:18 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

90-יעריגע יעריגע אידישע פרוי וואס האט איבערגעלעבט די שיסעריי ביי באנדיי ביטש איז נפטר געווארן כמעט א יאר נאך די שוידערליכע חנוכה אטאקע

אידישע פרוי וועלכע איז שווער פארוואונדעט געווארן נאנט צו א יאר צוריק די ערשטע טאג חנוכה ביי די באנדיי ביטש שיסעריי טעראר אטאקע אין אויסטראליע, איז נפטר געווארן כמעט א יאר נאך יענעם שרעקליכן טאג, ברענדענדיג די צאל אומגעקומען פון די אטאקע צו 16.

מרת עווא געלער ע"ה האט געליטן שווערע וואונדן פון שראפנעל דורכאויס די אטאקע, פון וואס זי האט שפעטער אנטוויקלט א ערנסטע אינפעקציע וואס האט איר געהאלטן רוב צייט אין שפיטאל. לעצטנס איז זי נאכאמאל אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב די אינפעקציע, און איבערנאכט איז זינפטר געווארן.

די לוי' וועט פארקומען מאנטאג אינעם חברה קדישא זאל אין וואלאהרע, סידני.

Filed underNews
Share this story