רייבעריי צווישן איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע און פרעזידענט פעזעשקיען וועלכער איז אומצעפרידן מיט אגרעסיווע צוגאנג
איראַנער קוועלער זאָגן אַז דער איראַנער פּרעזידענט מאסוד פּעזעשקיען איז שטאַרק אויפגעברויזט איבער די אַגרעסיווע מיליטערישע סטראַטעגיע פון די רעוואלוציאנערע גוואַרדיע.
פּעזעשקיען גלייבט אַז איראַן האָט נישט די מיליטערישע און עקאָנאָמישע מעגליכקייטן צו קענען אָנהאַלטן א ברייטערע מלחמה וואָס וועט אַרייננעמען אַנדערע לענדער אינעם ראַיאָן, אויסער אַמעריקע און מדינת ישראל.
לויט די קוועלער, האָט די רעוואלוציאנערע גוואַרדיע אין די לעצטע שטיק צייט אויסגעשלאָסן פּרעזידענט פּעזעשקיען פון וויכטיגע באַשלוסן איבער די מלחמה און איבער נוקלעאַרע אישוס.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24
