אוקריינע'ס מיליטערישע באמבארדירונגען האבן גענצליך פארניכטעט פופצן גרויסע רוסישע אויל ריפיינעריס
אוקריינע'ס מיליטערישע שפיאנאזש האט געמאלדן אז אירע לאנג שטרעקיגע באמבארדירונגען האבן אויסגעשאלטערט פופצן פון רוסלאנד'ס גרויסע 38 אויל ריפיינעריס.
לויט די מעלדונג האט די באמבארדירונגען פון די פופצן אויל איינריכטונגען געברענגט שאדנס פון מער ווי 23 ביליאן דאלער פאר די רוסישע עקאנאמיע, און אויסער דעם האבן נאך 12 רוסישע ריפיינעריס רעדוצירט פראדוקציע.
אלעס אינאיינעם איז פראדוקציע פון די רוסישע אויל איינריכטונגען געפאלן מיט 55 פראצענט זייט אנהייב יאר, וואס האט גאר שווער אפעקטירט די רוסישע עקאנאמיע.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24
