טראמפ באשולדיגט דעמאקראטן'ס עלעקשאן זיג אין די היסטארישע סטאק מארקעט פארלוסטן
פרעזידענט טראמפ האט באשולדיגט די דעמאקראטישע זיגן ביי די דינסטאג וואלן אז דאס האט געברענגט די היסטארישע צוויי אהאלב טריליאן דאלער פארלוסטן אויפן סטאק מארקעט היינט.
אין א סעריע מעסעדזשעס האט טראמפ אראפגעריסן די דעמאקראטן און געזאגט אז רעטייערמענט סעיווינגס אקאונטס גייען ליידן וועגן די עלעקשאן רעזולטאטן, און אז די וויילער וואס האבן געשטימט פאר דעמאקראטן זענען שולדיג.
טראמפ'ס מעסעדזש קומט נאכדעם וואס ער האט מיטוואך גענומען קרעדיט פאר זיך ווען די סטאק מארקעט איז געווען גאר שטארק אין די טאג גלייך נאך די עלעקשאנס.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



