Friday, November 6, 2026Fri, Nov 6Updated 1:03 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

נייע סורוועי צייגט אז מערהייט אידן אין אמעריקע גלייבן אז מדינת ישראל'ס עזה שריט פארערגערט אנטיסעמיטיזם

א נייע נאציאנאלע סורוועי פון אידן אין אמעריקע צייגט אז אכציג פראצענט גלייבן אז מדינת ישראל'ס שריט אין עזה און מערב ברעג העלפט העכערן אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע.

די סורוועי איז גענומען געווארן אין די נאכט פון די וואלן און עס צייגט אז 66 פראצענט אידן אין אמעריקע האלטן אז די קאמפיין שפענדונג פון די "עיפעק" גרופע קעגן קאנדידאטן וואס קריטיקירן מדינת ישראל מאכט אנטיסעמיטיזם ערגער.

אויך צייגט די אנקעטע אז 60 פראצענט אידן אין אמעריקע האלטן אז אידישע ארגאניזאציעס טוען צומאל צו שטארק אויסנוצן אנטיסעמיטיזם אלס א פאליטישע אישו.

Filed underNews
Share this story