סעקרעטערי אוו סטעיט רוביא לייקנט מידיא באריכטן אז ער באטראכט צו רעזיגנירן פון אמט
סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא האט געלייקנט קאטעגאריש די באריכטן אז ער פלאנירט צו רעזיגנירן פון די טראמפ אדמיניסטראציע.
רוביא, וועלכער דינט אויך אלס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, וויל לויט באריכטן אפטרעטן פון זיינע פאזיציעס אין רעאקציע צו די רעזולטאטן פון די מידטוירם וואלן די וואך דינסטאג.
סעקרעטערי אוו סטעיט רוביא האט אויך אוועקגעמאכט די באריכטן אז ער גרייט זיך צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2028, און ער האט צוגעלייגט אז ער וויל נישט רעדן וועגן די עלעקשאן.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


