Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 1:25 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

טעקסעס גאווערנער גרעג אבאט האט געגעבן א קאנצעסיע רעדע, אין וואס ער האט אנערקענט זיין פארלוסט פאר'ן דעמאקראטישן גאווערנער קאנדידאט

גאווערנער אבאט זאגט אז ער האט זיך שוין פארבינדן מיט הינעהאָסע איר צו לאזן וויסן אז ער וועט איר שטיין צו די האנט און ארויס העלפן מיט די טראנזישאן.

די שטוינענדע פארלוסט פון גאווערנער אבאט, אין א סטעיט וואו א דעמאקראט האט נישט געהאט דעם גאווערנער בענקל פאר מער ווי 30 יאר צייט, גייט גענצליך טוישן די פאליטישע מאפע אין טעקסעס, נאכדעם וואס די דעמאקראט דזשעימס טאלעריקא האט אויך געזיגט דעם סענאט פארמעסט.

טאלעריקא'ס זיג איבער קען פעקסטאן איז א פערזענליכע פארלוסט פאר'ן ביליאנער אילאן מאסק, וועלכע האט אויסגעגעבן מער ווי 210 מיליאן דאלאר אינטערצובעטן פעקסטאן'ס קאמפיין.

פאליטישע אנאליסטן זאגן אז די פארלוסטן פון אבאט און פעקסטאן איז נישט די איינציגסטע פאר ריפובליקאנער אין די סטעיט, נאר זיי רישן זיך אז די נאכט וועט זיך ענדיגן מיט נאך פארלוסטן פאר ריפובליקאנער אין די סטעיט אויף א פארנעם וואס וועט דרמאאטיש טראנספארמירן די פאליטישע מאפע אין די סטעיט.

Filed underNews
Share this story