Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 12:28 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

אין א שטוינענדע מאמענט פאר די סטעיט טעקסעס און אמעריקא אין אלגעמיין, האבן די דעמאקראטן אפגעהאלטן א זיג אין די סטעיט'ס גאווערנער פארמעסט

אין א שטוינענדע אין היסטארישע מאמענט פאר די סטעיט טעקסעס און אמעריקא אין אלגעמיין, האבן די דעמאקראטן אפגעהאלטן א זיג אין די סטעיט'ס גאווערנער פארמעסט.

די זיג פון קאנגרעספרוי הינעהאָסע איבער דעם דריי-טערמיניגן גאווערנער גרעג אבאט קומט אין צייט וואס דעמאקראטן האבן זיך שוין פארזיכערט מיט א מאיאריטעט אין קאנגרעס, און שטייען ביים שוועל פון באקומען דעם מאיארטעט אינ'ם סענאט.

אבאט, וועלכע האט ארויס געקוקט צו ווערן די לענגסט-דינענדע גאווערנער אין זיין סטעיט'ס היסטאריע, איז חדשים צוריק געווען ערווארטעט אפצוהאלטן א לייכטע זיג אין א סטעיט וואס געפונט זיך שוין אזויפיל יאר אויף די רעכטע זייט.

עווענטועל האט אבאט אויסגעגעבן שווערע צענדליגער מיליאנאן דאלארן אין א פארזיך אראפ צו קלאפן הינעהאסע'ס מאמענטום, אבער יעצט איז זי דערקלערט געווארן אלץ געוואונער, און איז ערווארטעט צו ווערן די סטעיט'ס ערשטע היספאנישע גאווערנער.

Filed underNews
Share this story