העסקן ר' בנציון ווידער איז דערקלערט געווארן געוואונער אין זיין ווידערוויילונג פארמעסט פאר די 97'סטע סטעיט אסעמבלי דיסטריקט אין ראקלענד קאונטי
ר' בנציון'ס זיג באדייט אז ער וועט סערווירן פאר א צווייטע טערמין אין די אסעמבלי, נאכ'ן אריין קומען צוויי יאר צוריק ווען ער האט באזיגט דעם ריפובליקאנער אסעמבלימאן דזשאן מק'גאָוען.
בעפאר'ן אריין קומען אין די סטעיט אסעמבלי האט ר' בנציון סערווירט אויף אנדערע פאזיציעס אין די געגענט, אריין גערעכענט מער ווי 13 יאר אין די ראקלענד קאונטי לעגיסלאטור.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



