Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 12:01 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

די דעמאקראטישע סאוט קאראליינא סענאט קאנדידאט פרוי ענדרוס איז דערקלערט געווארן געוואונער, די צווייטע סענאט זיץ וואס גייט אריבער צו די דעמאקראטן

ענדרוס גייט ווערן די ערשטע דעמאקראטישע סענעטאר אין די סטעיט אין מער ווי 20 יאר צייט, און סערווירט אין א סטעיט וואס פרעזידענט טראמפ האט געוואונען צוויי יאר צוריק מיט מער ווי 17 פראצענט פונקטן.

· 1 min read

סענעטאר גרעהעם איז געווארן אריין געשטעלט אלץ גאווערנער פארלאפענע יולי למס' דורך גאווערנער הענרי מק'מעסטער, צו ערזעצן סענעטאר לינדזי גרעהעם, א 5-טערמיניגע ריפובליקאנער וועלכע איז געשטארבן פלוצלונג.

אין קאלאראדא איז דער דעמאקראטי ראב סענד דערקלערט געווארן געוואונער פאר'ן זיץ פונ'ם ריפובליקאנער גאווערנער קים רעינאלדס וועלכע לופט נישט פאר ווידערוויילונג.

ווען עס קומט צו קאנגרעס האבן דעמאקראטן האבן איבערגענומען נאך עטליכע קאנגרעס זיצן פון די ריפובליקאנער, אריין גערעכענט א זיץ אין ניו דזשורסי, א זיץ אין קאלאראדא, א זיץ אין פענסלוועניע און א זיץ אין אינדיאנא.

איינס פון די זיצן וואס דעמאקראטן האבן איבערגענומען איז די זיץ פון טאמעס קיען, א ריפובליקאנער פון ניו דזשורסי'ס 7'ט קאנגרעס דיסטריקט, וועלכע איז א לענגערע צייט געווען אפוועזענד פון קאנגרעס אן אן ערקלערונג, ביז ער ארויס געקומען דערציילן אז ער האט געליטן פון א געזונטהייט שוועריגקייט.

איינס פון די אנדערע איז די 5'ט דיסטריקט אין אינדיאנא, א דיסטריקט וואס פרעזידענט טראמפ האט געוואונען 2 יאר צוריק מיט 17 פונקטן.

קוקענדיג אויפ'ן גרויסן בילד האבן די דעמאקראטן זיך פארזיכערט ביז יעצט מיט 46 סענאט זיצן, אריין גערעכענט צוויי אוועק געשלעפט פון די ריפובליקאנער, און די ריפובליקאנער האבן זיך פארזיכערט מיט 36 זיצן.

ביי קאנגרעס האבן די דעמאקראטן זיך פארזיכערט מיט 112 זיצן, אריין גערעכענט 6 וועלכע האבן געטוישט זייטן, און די ריפובליקאנער האבן זיך פארזיכערט מיט 62 זיצן.

Filed underNews
Share this story