קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן איז ארויס געקומען אנערקענען די פארלוסטן פון די ריפובליקאנער פארטיי היינט נאכט
אין צייט וואס דעמאקראטן האבן זיך שוין פארזיכערט מיט קאנטראל פון קאנגרעס און ווייניגסטענס 50 זיצן אינ'ם סענאט.
דזשאנסאן זאגט אז אמעריקאנער וועלכע זענען אנטוישט פון די היינט נאכטיגע רעזולטאטן זאלן וויסן אז ער איז אויך אנטוישט, אבער ער ווערט קיינמאל נישט אנטמוטיגט, וויבאלד מען לעבט ווייטער אין די בעסטע לאנד איבער די וועלט.
ער זאגט אז ער גייט נישט הייבן הענט נאר ווייטער קעמפן אקעגן די סאציאליסטישע אגענדע אין וואשינגטאן.
פרעזידענט טראמפ האט אויך געגעבן א פאון אינטערוויו, אין וואס ער האט ווידעראמאל דערקלערט אז די פארלוסטן פון די ריפובליקאנער איז וויבאלד זיין נאמען איז נישט געווען אויפ'ן בעלאט.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

