Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 1:25 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

די לאנגע יעריגע ריפובליקאנער סענעטאר פון מעין, פרוי קאלינס, האט טעלעפאנירט איר קעגנער טראוי דזשעקסאן צו אנערקענען זיין געווינס

קאלינס, וועלכע סערווירט שוין 5 טערמינען אינ'ם סענאט, איז דורכאויס די יארן אויסגעשטאנען ווייניגסטענס 2 ערענסטע פארמעסטן דורך דעמאקראטן, אבער דאסמאל איז דאס ערשטע מאל וואס די דעמאקראטן האבן איר באזיגט.

אזוי אויך איז די דעמאקראטישע קאנדידאט פלענעגען דערקלערט געווארן אלץ געוואונער פון די מינעסאטע סענאט פארמעסט, וואס דערמיט האבן די דעמאקראטן זיך שוין פארזיכערט מיט ווייניגסטענס 53 זיצן אינ'ם סענאט.

Filed underNews
Share this story