Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 1:41 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

דעמאקראטן האבן זיי זיך פארזיכערט מיט קאנטראל סיי פון קאנגרעס און סיי פון סענאט

דעמאקראטן זענען אריבער נאך א וויכטיגע פונקט אין זייער זיג היינט נאכט, ווען זייער קאנדידאט אין די אייאווא סענאט פארמעסט איז דערקלערט געווארן געוואונער, און דערמיט האבן זיי זיך פארזיכערט מיט קאנטראל סיי פון קאנגרעס און סיי פון סענאט.

דער דעמאקראט דזשאשוע טורעק האט באזיגט דעם ריפובליקאנער עשלי הינסאן, איבערצונעמען דעם אמטירענדן ריפובליקאנער סענעטאר דזשאן ערנסט וועלכע לויפט נישט פאר א דריטע טערמין.

דעמאקראטן האבן דערווייל 51 סענאט זיצן, אריין גערעכענט 6 וועלכע האבן געטוישט זייטן, און ריפובליקאנער האבן דערווייל 39 זיצן.

די זיג פון דעמאקראטן איבערצונעמען קאנטראל סיי פון קאנגרעס און סיי פון סענאט איז בלויז די דריטע מאל אין ארום 50 יאר צייט וואס א פארטיי נעמט איבער קאנטראל פון ביידע הייזער ביי איין וואל רונדע.

Filed underNews
Share this story