Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 12:01 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

די דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאט קאנלי האט געווינען די פארמעסט אקעגן דעם ריפובליקאנער קאנגרעסמאן מייק לאולער אין די 17'ט דיסטריקט

די דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאט פרוי קאנלי איז דערקלערט געווארן אלץ געוואונער פונ'ם פארמעסט אקעגן דעם ריפובליקאנער קאנגרעסמאן מייק לאולער פון די 17'ט דיסטריקט וואס נעמט אריין די אידישע ראקלענד קאונטי.

לאולער האט געגעבן אן אויפטריט אין וואס ער האט אנערקענט זיין פארלוסט, וואס קומט אין א נאכט פון א דעמאקראטישע כוואליע.

איר זיג איבער לאולער ברענגט צו אן ענדע א קורצע קאדענץ וואס האט זיך אנגעפאנגן 4 יאר צוריק ווען לאולער האט באזיגט דעם אמטירענדן דעמאקראט שאן פעטריק מעלאני.

לאולער איז שפעטער געלאפן פאר ווידערוויילונג און אפגעשלאגן א פרואוו פון דעמאקראטן צוריק צו נעמען די סווינג דיסטריקט, אבער היינט נאכט זענען די דעמאקראטן אריין געקומען גאר שטארק און ער האט פארלוירן דעם פארמעסט.

Filed underNews
Share this story