דער דעמאקראטישער קאנדידאט דזשאו רענד איז דערקלערט געווארן געוואונער פון די פארמעסט פאר די 38'סטע סטעיט סענאט דיסטריקט
רענד, וועלכע סערווירט מאמענטאל אלץ מעיאר פון די נייעק געגענט, האט באזיגט דעם ריפובליקאנער סטעיט סענעטאר ביל וועבער, 4 יאר נאכדעם וואס וועבער האט באזיגט דעם דעמאקראטישן סטעיט סענעטאר מעלניק.
אין צוגאב צו די אפעקט וואס די זיג פון רענד וועט האבן אויף די לאקאלא פאליטיק, וועט עס אויך אויסברייטערן די אנוועזענהייט פון דעמאקראטן אין די סטעיט סענאט אין אלבאני.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



