רעזולטאטן פון א רייע פארמעסטן אין חרדישע געגענטער וואו מען האט שוין באשטעטיגט א געוואונער
אין וויליאמסבורג איז פרוי וואַלדעז דערקלערט געווארן געוואונער ביי די 7'ט קאנגרעס פארמעסט; אין אראנדזש קאונטי איז קאנגרעסמאן פעט רייען דערקלערט געווארן אלץ געוואונער ביי די 18'ט קאנגרעס דיסטריקט; אין בארא פארק איז ברעד לענדער דערקלערט געווארן געוואונער ביי די 10'ט דיסטריקט; און די זעלבע מיט פרוי קלארק ביי די 9'ט דיסטריקט.
ביי פילע אנדערע פארמעסטן ווייסט מען נאך נישט די געוואונער, אריין גערעכענט די 17'טע קאנגרעס דיסטריקט פון מייק לאולער, וואו דארט איז נישט קלאר ווען מען וועט וויסן א געוואונער צוליב די פראבלעמען מיט בעלאטס פון וועסטשעסטער.
אזוי אויך איז נאך נישט דערקלערט געוורן א געוואונער ביי די 987'סט אסעמבלי דיסטריקט, וואו ר' אהרן ווידער איז מאמענטאל פאראויס מיט 56 אקעגן 41 פראצענט פאר בּאָנאַמאָלאָ, און די זעלבע איז ביי די 38'סטע סטעיט סענאט דיסטריקט, וואו דזשאסעף רענד איז דערווייל פאראויס מט 55 פראצענט אקעגן 44 פראצענט פאר ביל וועבער.



