דעמאקראטן האבן אריבער געוואונען זייער ערשטע קאנגרעס זיץ דעם נאכט, ווען דזשעימי עידזשער איז דערקלערט געווארן געוואונער ביי נארט קאראליינא
די 11'טע קאנגרעס דיסטריקט אין מערב נארט קאראליינא איז לאנגע יארן געווען א קאנסערוואטיווע געגענט, אבער די לעצטערע יארן האט זיך עס געטוישט צו לינקס.
דעמאקראטן האבן שוין לאנג געלייגט אן אויג אויף די זיץ, אבער זייער שאנס עס אריבער צו באקומען איז שטארקער געווארן ווען דער אמטירענדער ריפובליקאנער איז פארמישט געווארן אין סקאנדאלן און באשלאסן נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג.
אין די זעלבע צייט איז פרוי בּאַטעמס דערקלערט געווארן געוואונער פון די דזשארדזשע גאווערנער פארמעסט, באזיגענדיג דעם ריפובליקאנער קאנדידאט ריק דזשעקסאן, די ערשטע מאל אין 24 יאר וואס די דעמאקראטן באקומען דעם ארטיגן גאווערנער בענקל.
באטעמס גייט ערזעצן דעם ריפובליקאנער גאווערנער ברייען קעמפ, וועלכע האט נישט געקענט לויפן פאר ווידערוויילונג.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



