דזשערעד מאסקאוויטש איז דערקלערט געווארן געוואונער אינ'ם פארמעסט פון פלארידא'ס 25'סטע קאנגרעס דיסטריקט
, א דיסטריקט וואס ציט זיך לענגאויס די אטלאנטיק ברעג פון מאיאמי דעיד ביז פאלם ביעטש.
די דיסטריקט וואס מאסקאוויטש האט געזיגט איז איינס פון עטליכע פלארידא דיסטריקטס וואס ריפובליקאנער האבן געהאט איבערגעמאכט דורך רידיסטריקטינג, כדי די דיסטריקט זאל זיין מער גענויגט פאר די ריפובליקאנער פארטיי.
אזוי אויך ביי די 14'ט דיסטריקט אין פלארידא, וואס ריפובליקאנער האבן איבערגעמאכט צו זיין מער גענויגט פאר די ריפובליקאנער פארטיי, איז קאנגרעספרוי קעסטער דערקלערט געווארן געוואונער איבער איר ריפובליקאנער קעגנער מייק בעלטרען.
ריפובליקאנער האבן געהאט איבערגעמאכט 4 דיסטריקטס מיט האפענונג זיי צו געוואונען, אבער ווי עס שיינט מאמענטאל האבן דעמאקראטן א מעגליכקייט צו בלייבן מיט אלע 4.
איבערן לאנד זענען אויך דערקלערט געווארן געוואונערס אין מערערע פארמעסטן וואס זענען געווען ערווארטעט, א שטייגער ווי סענעטאר קארי בוקער פון ניו דזשורסי, וועלכע איז דערקלערט געווארן געוואונער גלייך ווען די שטים ערטער אין די סטעיט האבן זיך געשלאסן.

