Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 8:47 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס
ווייניגער ווי א האלבע שעה בעפארן שליסן די שטום בודקעס: כלל ישראל׳ס קאנגרעסמאן מייק לאולער מיט א קריטישן רוף ארויס צו קומען שטימעןKremel · דער דעמאקראטישער ראו קאופער האט געווינען די סענאט פארמעסט אין נארט קאראליינע, איבערדרייענדיג דעם זיץ פון רעפובליקאנער צו דעמאקראטןבקיצור נייעס קאנאל · מוצאי בחירות......Musical moments · דער רעפובליקאנער בייראן דאנאלדס האט ארויסגעצויגן א זיג אין די פלארידע גאווערנאר וואלן, לויט די "דיסיזשען דעסק" נייעס אגענטורYiddishe Vinkel · דעמאקראטן האבן אפגעהאלטן זייער ערשטע זיג איבערצונעמען סענאט , ווען ראָוי קופער איז דערקלערט געווארן זיגער ביי די נארט קאראליינא סענאט…Yiddish24 · עכשיו בחנויותשרוליק רוזנברג מלך הסטטוסים · אונזער באליבטער קאנגרעסמאן סטראשעט🤣 צום פינטל שיקט אם א גוטע נאכטTzim Pintel · לאמיר עס געדענקן.... צום צווייטן מאלShia Scharf · צו מיינע לעיקפראנט ידידיםYoilish · דער אידישער קאנגרעסמאן דזשערעד מאסקאוויץ (דעמאקראט) האט ווידער געוואונען אין פלארידע 25, לויט NBCStadium ·

שטייענדיג ביים אנהייב פון די וואל נאכט רישט מען זיך אז וואל רעזולטאטן פון צוויי נאכגעפאלגטע פארמעסטן וועלן אריין קומען שפעטער ווי געווענטליך

אין נארט קאראליינא האט די סטעיט באורד אוו עלעקשאנס געמאלדן אז רעזולטאטן וועלן ארויס קומען שפעטער ווי געווענטליך, צוליב פראבלעמען וועלכע האבן זיך געמאכט ביי 5 פריסינקטס, אויף א פארנעם אז מען האט דארט פארלענגערט די צייט צו קענען שטימען.

די צווייטע איז אין ניו יארק, וואו וועסטשעסטער קאונטי האט געהאט שוועריגקייטן א גאנצן טאג צו סקענען בעלאטס, וואס דאס איז ערווארטעט צו פארשלעפן רעזולטאטן אין די פארמעסט צווישן קאנגרעסמאן מייק לאולער מיט זיין דעמאקראטשיע קעגנער פרוי קאנלי.

קאנלי זאגט אז זי זעלבסט איז אויסגעשטאנען דעם שוועריגקייט ביים אפגעבן איר שטימע אין וועסטשעסטער, אבער זי גלייבט אז עווענטועל וועלן אלע שטימען געהעריג געציילט ווערן.

גאווערנער האוקול האט אויך אדרעסירט די אנטוויקלונג אין וועסטשעסטער, זאגענדיג, אז אלעס ארום די בעלאטס ווערן באהאנדעלט אויף אן אומפארטייאישע וועג, און מענטשען קענען זיין רואיג אז יעדע איינציגסטע שטימע וועט געציילט ווערן.

Filed underNews
Share this story