ניו יארק סטעיט ליידט ערשטע פאטאליטעט פון מיזעלסע אינמיטן אנגייענדיגע שווערע אויסברוך
ניו יארק האט באריכטעט איר ערשטע מיזעלס פארבינדעטע טויטפאל אין מער ווי דרייסיג יאר נאך וואס א קינד אין לואיס קאונטי איז געשטארבן אינמיטן אן אנגייענדיגע אויסברוך.
סטעיט געזונטהייט אויטאריטעטן האבן נישט ארויסגעגעבן די קינד'ס אידענטיטעט און אויך נישט קיין מעדיצינישע דעטאלן, צו האלטן די פריוואטקייט פון די פאמיליע ביז ווילאנג מען קען אלעס קלארשטעלן.
גאווערנאר האקול האט שוין אין אקטאבער דערקלערט א סטעיט דיזעסטער עמורדזשענסי איבער די פארשפרייטונג פון מיזעלס און עס זענען שוין דא היי יאר דערווייל 178 באשטעטיגטע קעיסעס.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



