טראמפ דערקלערט אז ער באטראכט בכלל נישט צו באנייען באמבארדירונגען קעגן איראן נאך די וואלן
פרעזידענט טראמפ האט געגעבן זייער א קורצע ענטפער ווען עס איז געפרעגט געווארן צי ער באטראכט צו באנייען מיליטערישע באמבארדירונגען אויף איראן נאך די וואלן, זאגנדיג אז ניין.
רעדנדיג צו רעפארטערס נאך א קאמפיין ראלי נעבן די לינקאלן מעמאריעל אין וואשינגטאן די-סי, האט טראמפ געזאגט אז די געשפרעכן מיט איראן רוקן זיך פאראויס און א שלום אפמאך צווישן אמעריקע און איראן קען געשען.
טראמפ'ס פרישע קאמענטארן קומען נאך וואס ער האט געזאגט פריער אין טאג אז ער יאגט זיך בכלל נישט צו באנייען די מלחמה און וויצע פרעזידענט ווענס האט אויך אויסגעדרוקט האפענונג וועגן אן אפמאך מיט איראן.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



