Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 1:10 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

פלארידע פאליציי דעפארטמענט איינגעקויפט אמעריקע'ס סאמע ערשטע פליענדיגע פאליציי קאר

א לאקאלע פלארידע פאליציי דעפארטמענט אין לעיקלענד האט באקומען אמעריקע'ס סאמע ערשטע פליענדיגע פאליציי פאטראל קאר וואס קאסט 148,000 דאלער.

די "אסטרא" עלעקטעריק פליגער איז געבויט געווארן דורך די "דזשעטסאן" קאמפאני און עס פארמאגט אכט עלעקטעריק מאטארן מיט די מעגליכקייט זיך צו הייבן אן קיין ראנוועי און גרייכן א ספיד פון 63 מייל פער שעה.

דער לאקאלער פאליציי טשיף זאגט אז ער האפט צו נוצן די פליענדיגע קאר צו טרעפן פארלוירענע מענטשן, אפשאצן און איבערקוקן שטורעם שאדנס און מאניטארן עמורדזשענסיס.

Filed underNews
Share this story