ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני פארדאמט וואנדאליזם אויף עטליכע מוסדות באסעס אין וויליאמסבורג
ניו יארק סיטי מעיאר זאראן מאמדאני האט אין א ספעציעלע סטעיטמענט גאר שארף פארדאמט די אנטיסעמיטישע וואנדאליזם אויף מוסדות באסעס אין וויליאמסבורג.
מאמדאני זאגט אז די העסליכע וואנדאליזם איז עפעס וואס טאר נישט ווערן אקצעפטירט, און אז יעדע איינציגסטער ניו יארקער, באזונדער יונגע קינדער, דארפן לעבן פריי פון די סארט האס.
דער מעיאר זאגט אז זיין אפיס איז אין קאנטאקט מיט די פאליציי און מיט געמיינדע פירער, און ער פארשפרעכט ווייטער אנצוהאלטן דעם קאמף קעגן אנטיסעמיטיזם.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



