Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 2:05 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

מדינת ישראל בעט לבנון רעגירונג צו בלאקירן כיזבאללא געגנטער אפצושטעלן באנייאונג פון אטאקעס

מדינת ישראל האט געבעטן פון לבנון אז זיי זאלן שיקן מיליטער און אוועקשטעלן שאסיי בלאקאדעס אין כיזבאללא קאנטראלירטע געגנטער, צו פארמיידן די טעראר גרופע פון אטאקירן מדינת ישראל.

לויט באריכטן איז די ווארענונג געווארן איבערגעגעבן אין ליכט פון דעם וואס מען גרייט זיך אז די מלחמה מיט איראן וועט באנייט ווערן, און עס איז דא א מעגליכקייט אז כיזבאללא וועט צוריקעפענען זייער פראנט אויב דאס פאסירט.

מדינת ישראל באאמטע האבן קלארגעשטעלט פאר לבנון אז אויב כיזבאללא וועט באנייען זייערע אטאקעס, וועט עס ברענגען א פרישע מיליטערישע אפעראציע טיף אין לבנון טעריטאריע.

Filed underNews
Share this story