Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 10:58 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

טראמפ זאגט אז ער וועט מעגליך געבן פארדאן פאר אילאן מאסק אויב דעמאקראטן געווינען עלעקשאן

פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער וועט באטראכטן די מעגליכקייט צו געבן א פרעזידענטליכע פארדאן פאר'ן ביליאנער אילאן מאסק און אנדערע אדמיניסטראציע נאנטע, אויב די דעמאקראטן געווינען די עלעקשאנס.

טראמפ האט געזאגט אז ער וועט באשיצן מאסק קעגן סיי וועלכע פאטענציעלע קאנגרעס אויספארשונגען, זאגנדיג אז אויב ער זעט אז עס וועט זיך אויספעלן, וועט ער זיך נישט צוריקהאלטן פון פארדאנירן מאסק.

דאס קומט נאך וואס די דעמאקראטן האבן שוין צווישן זיך דיסקוסירט צו עפענען א ברייטע אויספארשונג קעגן מאסק איבער זיינע פעדעראלע רעגירונג קאנטראקטס און איבער די "דאוזש" קאמיסיע.

Filed underNews
Share this story