Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 1:49 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

וויטקאף מעלדט אז אמעריקע וועט פארמיטלען געשפרעכן צווישן אוקריינע און רוסלאנד נעקסטע וואך אין אבו דאבי

דער אמעריקאנער דיפלאמאט סטיוו וויקאף האט געמאלדן אז אמעריקע וועט אנפירן געשפרעכן צווישן רוסישע און אוקריינישע באאמטע קומענדיגע וואך אין אבו דאבי.

וויטקאף זאגט אז דער ציל פון די נייע געשפרעכן וועט זיין צו ברענגען אן ענדע צו די מלחמהף און ער האט באשטעטיגט אז אמעריקאנער באאמטע וועלן טרעוולען קיין בריסל די וואך צו רעדן מיט אייראפעאישע באאמטע.

לויט ווי וויטקאף זאגט וועלן זיך די אמעריקאנער באאמטע טרעפן מיט דיפלאמאטן פון פראנקרייך, דייטשלאנד, ענגלאנד, די אייראפעאישע יוניאן און נאטא, אויסצוארבעטן א וועג פאראויס פאר די אוקריינע געשפרעכן.

Filed underNews
Share this story