שוועסטער פון צפון קארעא דיקטאטור קים יאנג אן לייקנט באשולדיגונג איבער 6.3 ביליאן דאלער קריפטא העקעריי
קים יאו דזשאנג, די שוועסטער פונעם צפון קארעא פירער קים יאנג אן, האט געלייקנט די אמעריקאנער באשולדיגונגען אז די רעזשים איז געשטאנען אונטער די מאסיווע קריפטא גניבה.
די גניבה האט פאסירט אויף די "ביינענס" קריפטא עקסטשעינדזש קאמפאני וואו העקערס האבן ארויסגעכאפט מער ווי זעקס ביליאן דאלער, זייענדיג די סאמע גרעסטע קריפטא גניבה אין היסטאריע.
די שוועסטער פונעם צפון קארעא דיקטאטור האט געזאגט אז אמעריקע פרובירט פאלש אהערצושטעלן צפון קארעא אלס א גלאבאלע סייבער פארברעכער און האט צוגעלייגט אז אפשר איז אמעריקע גאר שולדיג אין די העקעריי גניבה.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


