אין אלאבאמא איז צום ערשטן מאל ערוויילט געווארן א טרענסזשענדער אלס א פארשטייער אין די סטעיט לעגיסלאטור
די דעמאקראטישע קאנדידאטקע עליסאן מאנטגאמערי האט באזיגט דעם רעפובליקאנער אמטירענדן פארשטייער פיליפ ריגסבי אין דעם 25'סטן האוז דיסטריקט, ווען זי האט באקומען 53.2% פון די שטימען און באוויזן איבערצונעמען דעם זיץ פאר די דעמאקראטן.
מאנטגאמערי, וועלכע ארבעט אלס א סאפטוועיר ענדזשיניער, האט ארויסגעשטעלט איר קאמפיין הויפטזעכליך ארום די ענינים פון טייערע פרייזן, העלט קעיר, און די רעכטן פון ארבייטער. דאס קומט בשעת די רעפובליקאנער האבן איר כסדר אטאקירט איבער איר זיין א טרענסזשענדער.
"דער עולם איז שוין מיד פון די אלע פרואוון אונז אפצונארן און פארדרייען דעם קאפ מיט קולטור קריג ענינים," האט זי געזאגט נאכן געווינס.






