Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 8:02 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

שוידערליכע מאמענטן בעפאר דער שיסער ביי "סיטי-באנק" האט געעפנט פייער

דער פארשוין האט אריינגעקראכט מיט זיין קאר אינעם "פעוויליאן" שטח פון די באנק, און איז דערנאך ארויסגעשפרינגען מיט א געווער וואס האט אויסגעזען ווי אן AK-סטייל רייפל.

עדות אויפ'ן ארט האבן איבערגעגעבן אז דער שיסער האט זיך געלאזט לויפן אין די ריכטונג פון די קאפעטעריע, און קורץ דערויף זענען געהערט געווארן פילע שאסן וואס האבן ארויסגערופן א שרעקליכע פאניק ווען מענטשן האבן אנגעהויבן לויפן פאר זייערע לעבנס. טייל עדות האבן באריכטעט אז זיי האבן געזען ווי ער שיסט אויף א פערזאן נאנט צו די קאפעטעריע.

דער שיסער איז טויט, און אמווייניגסטנס איין אנדערע מענטש איז געהרגעט געווארן אין דעם אינצידענט.

די הילסבארא קאונטי שעריף אפיס האט באצייכנט די שיסעריי אלס א "געצילטע אטאקע". די אויטאריטעטן ווארטן נאך אויף קלארע דעטאלן איבער די מעגליכע שייכות צווישן דעם שיסער און דעם קרבן.

Filed underCommunity
Share this story