כאאס אין פאראגוויי: די גרעסטע דיגיטאלע באנק אין לאנד, "אוענא" (Ueno), איז צוזאגעפאלן
די צענטראל באנק האט איבערגענומען די אינסטיטוציע נאך א קאטאסטראפאלן פאל אין אירע רעזערוון, וואס האט איבערגעלאזט בערך 3 מיליאן קאסטומערס "אויסגעשפארט" אן קיין צוטריט צו די עפ, זייערע קארטלעך, אדער די מעגליכקייט צו מאכן טראנספערס.
דער פרעזידענט פונעם צענטראל באנק, קארלאס קארוואללא, האט רעזיגנירט פונעם אמט גלייך נאכן פארמאכן די באנק. ער האט פריער אנגעפירט מיט די פירמע וואס האט געגרינדעט די אוענא באנק.
אין די זעלבע צייט האבן די אנטי קארופציע אויטאריטעטן באפוילן צו ארעסטירן אכט הויפט עקזעקוטיוון, אריינגערעכנט דעם גרינדער פון די פירמע.






