שוידערליכע שרייען זענען געהערט געווארן ביי א "סיטי באנק" געביידע אין פלארידע
שוידערליכע שרייען זענען געהערט געווארן ביי א "סיטי באנק" געביידע אין פלארידע, בעפאר א באוואפנטע סעקיוריטי גארד האט דערשאסן און עלימינירט א באוואפנטן אנגרייפער.
לויט די באריכטן האט דער פארשוין אריינגעקראכט מיט זיין קאר דורך א זיכערהייט צוים, און דערנאך דערשאסן צום טויט א פרוי וואס האט געגעסן לאנטש אינדרויסן. ער האט זיך דערנאך געלאזט לויפן ריכטונג א פול געפאקטע קאפעטעריע, וואו א באוואפנטע וועכטער האט אויסגעביטן פייער מיט אים, ביז דער אטאקירער איז טויטליך געטראפן געווארן.
נאך פיר אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן ביי די אינצידענט. אין דעם קאמפלעקס ארבעטן בערך 3,200 ארבעטער. די פאליציי גלייבט אז דער אטאקע איז געווען געצילט, אבער די מאטיוון זענען דערווייל נאכנישט קלאר.





