די 'עף-בי-איי' ווארענט אמעריקאנער קאמפאניס זיך אכטונג צו געבן פון העקערס וועלכע קענען אריין דרינגן אין קאמערשעל פרידזשער
די 'עף-בי-איי' האט פארעפענטליכט א ווארענונג פאר אמעריקאנער קאמפאניס זיך אכטונג צו געבן פון העקערס וועלכע קענען אריין דרינגן אין קאמערשעל פרידזשער אדער פריזער סיסטעמס און ארויף דרייען די טעמפערטשער.
די ווארענונג איז גילטיג פאר סופערמארקעטס און אנדערע קאמפאניס מיט גרויסע פרידזשעדער סיסטעמס, וועלכע זענען פארבינדן צו די אינטערנעט, און קענען זיין אפן פאר העקינג אטאקעס.
די 'עף-בי-אי' זאגט, אז די וועג וויאזוי העקערס קענען עס טון איז דורך אויסנוצן אלטע סאפטווער און שוואך באשיצטע אינטערנעט פארבינדונגן, דעריבער איז ויכטיג פאר קאמפאניס זיכער צו מאכן אז זייערע סיסטעמס זענען אפדעיטעד.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



