א כוואליע באמבע סטראשונגן האבן היינט ווידעראמאל באטראפן פלי רייזעס לענגאויס אייראפע, די דריטע אזא כוואליע דעם וואך
צווישן אנדערע האט די דענישע פאליציי געמאלדן, אז אגענטן טוען אויספארשן סטראשונגן אקעגן לופט טראפיק ביים קאפענהעיגן לופטפעלד, און די טשעכישע פאליציי האט געמאלדן אז אפיצירן פארשן אויס סטראשונגן אקעגן פליגער אין פראג.
שפאניע'ס אויסערן מיניסטער זאגט, אז ווי עס שיינט טוט די קאנטינענט אויסשטיין א הייבריד אטאקע און פסיכילאגישע מלחמה, אבער ער האט נישט ערווענט אויב שפאניע האלט אן אויג אויף מעגליכע פארדעכטיגטע.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



