Friday, November 6, 2026Fri, Nov 6Updated 12:20 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס
א גיט שבת לויKalmy Schwartz · די באקאנטע חיימא ביים מחזק זיין א היימלאזער.טעגליך · פארזיצער פון מרכז לעניני חינוך ר׳ מענדל קאטלארסקי מעלדט פלענער צו בויען פרישע 22 מקוואות אין שטעט וואו עס איז נאכנישט פארהאן א מקווה טהרהKremel · א געוועזענער פאליציי אפיציר אין לאס אנדזשעלעס האט באקומען 67 חדשים טורמע פארן פרובירן אריינשמוגלען דראגס אין טורמע אין פרינגלס טשיפס…Tug 24 · די טראמפ אדמיניסטראציע איז נאך גאנץ לעצטענס געווען פארמישט אין געהיימע געשפרעכן מיט איראן איבער דעפארטירן איראנערYiddish24 · דער קערפער פון יצחק אלמקיס ז"ל איז באפרייט פון די אויטאריטעטן נאך וואס פלאנטערנישן מיט די פאמיליע זענען געווארן באזייטיגטYiddishe Vinkel · וועלווה קירשנבוים מכריז על הלווית שרה אימנו!Perlowitz Show · גאסן אין לעיקוואוד זענען פול מיט וואסער נאך שטארקע רעגנס היינט אינדערפרי, צוליב די בלעטערVolvy weinstock · דער בעלגישער קעניג פיליפ האט אפגעווארפן די רעזיגנאציע פארלאנג פון פריים מיניסטאר בארט דע וועווערבקיצור נייעס קאנאל · צפון קאטאר, איז א טאנקער שיף געטראפן געווארן מיט עטלעכע ראקעטן אין דעם פערסישן גאלףStadium ·

דער בעלגישער קעניג פיליפ האט אפגעווארפן די רעזיגנאציע פארלאנג פון פריים מיניסטאר בארט דע וועווער

דער בעלגישער קעניג פיליפ האט אפגעווארפן די רעזיגנאציע פארלאנג פון פריים מיניסטאר בארט דע וועווער, אים בעטנדיג צו פארזעצן בודזשעט געשפרעכן מיט די פינף פארטייען, נאך וואס די פארהאנדלונגען זענען צוזאמגעפאלן פריער אין וואך.

בעלגיע געפינט זיך אין שווערע חובות, און די אייראפעאישע פאראיין דרוקט זיי צו שניידן דעם דעפיציט. דער פריים מיניסטאר, וועמענ'ס קאאליציע באשטייט פון פינף פארטייען, האט זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף אן אפמאך צו שניידן דעם בודזשעט.

אצינד, ווען דער קעניג האט אפגעווארפן זיין רעזיגנאציע פארלאנג, האבן די פארטייען צוגעזאגט צו טרעפן א לעזונג פאר א 3-יאריגער בודזשעט פלאן.

- פאר בקיצור אויף וואטסעפפ:
- פאר בקיצור אויף סטאטוס:

Filed underNewsPolitics
Share this story