אמעריקאנער עקאנאמיע גייט העכער די ערווארטונגען מיט 165,000 פרישע דזשאבס צוגעקומען אין אקטאבער
ארבעטסגעבער איבער אמעריקע האבן צוגעלייגט גאנצע 165,000 פרישע דזשאב אינעם חודש אקטאבער, העכער אלע פאראויסשאצונגען פון עקאנאמיסטן וועלכע האבן בלויז ערווארטעט 65,000 נייע דזשאבס.
די ארבעטסלאזע ראטע איז געפאלן צו 4.1 פראצענט קעגן 4.2 פראצענט פונעם פריערדיגן חודש, אין צייט וואס די ארבעטס דעפארטמענט האט אויך ארויפגעריקט די ציפערן פאר אויגוסט און סעפטעמבער מיט נאך 84,000 דזשאבס מער ווי געמאלדן.
דער וואוקס האט זיך אנגעזען לענגאויס מערערע פאזיציעס, אין שפיץ פון פראפעסיאנאלע און ביזנעס סערוויסעס וואס האבן צוגעלייגט 70,000 דזשאבס, און די העלט-קעיר אינדוסטריע וואס האט צוגעלייגט 42,000 דזשאבס.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



