Friday, November 6, 2026Fri, Nov 6Updated 1:53 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

א בליץ האט געפירט צו אן עלעקטעריק קורצשלוס אין פלעטבוש אין און קענזינגטאן; טויזנטער היימען זענען נאך אן קיין לעקטער

ארום 4,843 קאן עדיסאן קאסטומערס האבן פארלוירן די עלעקטעריק אין די געגענטער פון פלעטבוש, איסט פלעטבוש, קענזינגטאן און ארומיגע געגנטער אין צענטראל ברוקלין היינט צופרי.

מעיאר מאמדאני האט באשטעטיגט אז א בליץ האט באטראפן די ענערגיע סיסטעם און אנגעמאכט שאדענס, און פילע קאן עדיסאן ארבעטער זענען ארויסגעשיקט געווארן אין די גאסן אפצושאצן די שאדענס און פארריכטן די ליניעס.

דער מעיאר האט געמאלדן אז די שטאט נעמט עקסטרע שריט צו באהאנדלען דעם קורצשלוס, אריינגערעכנט צושטעלן צייטווייליגע דזשענערעיטארס פאר לאקאלע שולעס, און אראפשיקן פאטראלן צו קאנטראלירן דעם פארקער ביי פארנומענע אינטערסעקשאנס.

Filed underNews
Share this story