טראמפ זאגט אז ער איילט זיך נישט צו באנייען באמבארדירונגען קעגן איראן און אז געשפרעכן גייען פאראויס
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער יאגט זיך נישט אין ערגעץ צו מאכן א באשלוס וועגן באנייען די מלחמה און מיליטערישע באמבארדירונגען קעגן איראן.
טראמפ זאגט אז די עקאנאמישע דרוק דורך אמעריקע האט גאר שטארק אפגעשוואכט איראן, און ער האט צוגעלייגט אז די געשפרעכן רוקן זיך פאראויס, אבער די איראנער באאמטע פארשלעפן מיט די געשפרעכן דירעקט.
טראמפ'ס קאמענטארן קומען אין א צייט וואס עס ווערט באריכטעט אז קאטארישע דיפלאמאטן האבן אויסגעארבעט א דריי טאגיגע פלאן צוריק אנצוהייבן דירעקטע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקאנער און איראנער באאמטע.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


