אויל פרייזן זענען היינט געפאלן מיט ארום 7 פראצענט, אין צייט וואס מען זעט מעגליכע סיגנאלן אז אמעריקא מיט איראן זיכן א דיפלאמאטישע וועג ארויס
די סיגנאלן איבער דיפלאמאטישע פארהאנדלונגן קומען אין די זעלבע צייט וואס אמעריקא זעצט פאר מיט אירע מיליטערישע צוגרייטונגן אין די מיטל מזרח, שאפענדיג אן אומקלארקייט איבער די ווייטערדיגע פלענער פון פרעזידענט טראמפ.
גאזאלין פרייזן זענען אויך געפאלן די לעצטע פאר וואכן, אראפ ביז 4.16 די נאציאנאלא דורכשניט, וואס קומט אויס מיט ארום 23 צענט ביליגער ווי א חודש צוריק, אבער נאך אלץ מער ווי א דאלאר העכער פון א יאר צוריק.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

