ריכטער וויל באשטראפן די שטאטראט אין טאמס ריווער-ניו דזשורסי פאר נישט ארויס צו געבן רעקארדס פארבינדן צו פעדעראלע לאוסוטס דורך חרדישע אידן
א פעדעראלע ריכטער האט ארויס געשטעלט א רעקאמאנדאציע צו באשטראפן די שטאטראט אין טאמס ריווער-ניו דזשורסי פאר יארן לאנג נישט נאכקומען געריכט פארלאנגן ארויס צו געבן רעקארדס פארבינדן צו פעדעראלע לאוסוטס דורך חרדישע אידן.
ריכטער קווין באשולדיגט די טאונשיפ אויף ארום שלעפן מיט ארויס געגעבן מערערע עלעקטאראנישע רעקארדס, און רעקאמאנדירט צו באשטראפן די טאונשיפ מיט 20 טויזנט דאלאר א טאג, וואס קען גרייכן א סך הכל פון 600 טויזנט דאלאר.
ריכטער קווין בעט שוין א לענגערע צייט פארשידענע רעקארדס, אבער די טאונשיפ זאגט אז טייל פאונס וועלכע ווערן פארלאנגט זענען שוין דורך א ריסעט אז מען קען נישט זען די אינהאלט, און אנדערע האבן פעסווארדס אד"ג וועלכע שטערן פון קענען עפענען די אפאראטן.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



