די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך געוואנדן צום סופרים קארט צו באצווינגן קאליפארניע צו שטעלן אין א זייט די שטימען פון ארום 20 טויזנט רעגיסטרירטע וויילער
די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך געוואנדן צום סופרים קארט פאר אן אמערדזשענסי ארדער צו באצווינגן קאליפארניע צו שטעלן אין א זייט די שטימען פון ארום 20 טויזנט רעגיסטרירטע וויילער.
די פארלאנג צום סופרים קארט איבער 20 טויזנט נעמען, וועלכע וואשינגטאן באשולדיגט אלץ מעגליכע אויסלענדישע בירגער, קומט נאכדעם וואס הונטערשטע געריכטן האבן געאורטילט אז די אדמיניסטראציע האט נישט דעם אוטאריטעט צו צווינגן די סטעיט צו באשטעטיגן זייער בירגערשאפט.
הונטערשטע געריכטן האבן אויך אנגעוויזן אז ארויף צווינגן אזא פארלאנג אויף די סטעיט וועט פירן צו כאאס, אבער די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט פאר'ן סופרים קארט אז מען טאר עס נישט איגנארירן, אנווייזענדיג, אז עס זענען שוין געווען מערערע פעלער מיט בעלאטס וועלכע זענען געשטעלט געווארן אין א זייט פאר באשטעטיגונג פראצעדורן.


