די 'לעיקוואוד טאונשיפ רעזידענשעל אסיסטענס פראגראם' האט היינט געעפענט איר סעקשאן 8 ווארט ליסטע פאר נייע אפליקאציעס
די סיסטעם, וואס נעמט אן אפליקאציעס בלויז עלעקטאראניש, איז באשטימט צו זיין אפן ביז נאוועמבער 10 למס' 11:59 ביינאכט, וואס קומט אויס דינסטאג תולדות ר"ח כסלו.
איינמאל די סיסטעם ווערט פארמאכט וועט פארקומען א לאטארי אויסצוקלויבן 3 טויזנט אפליקאציעס וועלכע גייען ווערן ארויף געשטעלט אויף א ווארט ליסטע ביז ווען עס וועט זיין פרישע סלאטס.
די לאטארי סיסטעם גייט געבן בעפארצוג פאר עטליכע קאטאגאריעס מענטשען, אריין גערעכענט מענטשען וועלכע וואוינען אדער ארבייטן אין לעיקוואוד, מענטשען מיט דיסעביליטיס, עלטערע מענטשען, און די לעצטע בעפארצוג איז פאר משפחות איבער איינצעלע מענטשען.
מענטשען מיט דיסעביליטיס קענען רופן די אפיס אויף 732-367-0660 צו זען וויאזוי מען קען זיי אקאמאדירן מיט אויספילן די אפליקאציע.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

