Monday, November 2, 2026Mon, Nov 2Updated 8:46 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

ניו יארק סטעיט פארשליסט היינט איר פארעלטערטע אנעמפלאוימענט סיסטעם, כדי צו אריבער צו פירן אלע אינפארמאציע צו א נייע סיסטעם

ניו יארק סטעיט פלאנט צו פארשליסן היינט שפעט נאכמיטאג איר פארעלטערטע אנעמפלאוימענט סיסטעם, כדי צו לאזן אין גאנג א קאמפליצירטע פראצעדור אריבער צו פירן אלע אינפארמאציע צו א נייע סיסטעם.

דורכאויס די פראצעדור גייט די סטעיט דארפן אריבער פירן מער ווי 5 ביליאן ביזנעס רעקארדס צו די נייע סיסטעם, וואס וועט האפענטליך זיין פיל בעסער ווי די ביז יעצטיגע סיסטעם.

לויט די פלאן גייט די סיסטעם פארמאכט ווערן היינט 5:00 אווענט, און עס וועט בלייבן פארמאכט פאר א שיינע פאר טעג, וואס באדייט אז טויזנטער מענטשען וועלן דארפן ווארטן פאר זייער געלט.

סטעיט באאמטע שאצן אז די פארשליסונג קען אנהאלטן פון 9 ביז 12 טעג.

Filed underNews
Share this story