קורצשלוס אפעקטירט מער ווי צוועלעף הונדערט קאסטומערס, אריינגערעכנט רעגירונג אפיסעס, אין וואשינגטאן די-סי
א מאסיווע קורצשלוס האט באטראפן דאונטאון וואשינגטאן די-סי, איבערלאזנדיג כמעט צוועלעף הונדערט קאסטומערס אן קיין לעקטער, בלויז עטליכע בלאקס ווייט פונעם ווייסן הויז.
די בלעקאוטס האבן אפעקטירט די "פאגי באטעם" געגנט וואס נעמט אריין סטעיט דעפארטמענט אפיסעס און איינריכטונגען, טראפיק סיגנאלן אינעם געגנט, און דזשארדזש וואשינגטאן יוניווערסיטי, וואס האט וועגן דעם געקענסלט קלאסן.
עמורדזשענסי ארבעטער האבן אויך רעאגירט צו רויעך וואס איז ארויסגעקומען פון מענהאלס, און די לאקאלע יוטיליטי קאמפאני זאגט אז זיי האבן געטראפן דעם פראבלעם און ארבעטן עס צו פאררעכטן.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


