די מענעדזשמענט ביי די זעפארעיזשע נוקלעארע פאוער פלענט אין אוקראינא באשולדיגט אז אן איינגעשטעלטער פון די פלענט איז אומגעקומען אין א דראון אטאקע
די מענעדזשמענט ביי די זעפארעיזשע נוקלעארע פאוער פלענט אין אוקראינא, וואס איז אינטער רוסישע קאנטראל, באשולדיגט אז אן איינגעשטעלטער פון די פלענט איז אומגעקומען אין אן אוקראינער דראון אטאקע.
אין א סטעיטמענט זאגט די מענעדזשמענט אז די ארבייטער איז געווען איינס פון צוויי מענטעשן וועלכע זענען אומגעקומען אין א דראון וואס האט אטאקירט א קאר, אן אנגעבן גענוי וואו די דראון אטאקע איז פארגעקומען.
לויט ווי די מענעדזשמענט זאגט איז עס די דריטע ארבייטער געהארגעט צו ווערן אין די לעצטע צוויי וואכן, און די 13'ט זייט פארלאפענע אפריל למס'.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



