Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 6:25 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

מדינת ישראל'ס געזונטהייט מיניסטעריום פארשט אויס אויב צוויי מענטשען וועלכע האבן זיך צוריק געקערט פון קאנגא האבן איבאולע

געזונטהייט מיניסטעריום פארשט אויס אויב צוויי מענטשען וועלכע האבן זיך צוריק געקערט פון קאנגא האבן איבאולע, נאכדעם וואס די צוויי האבן אנטוויקעלט א פיבער.

געזונטהייט באאמטע זאגן אז אויפ'ן מינוט איז עס בלויז א פארדאכט אין וואס מען קוקט אריין, און אויף דערווייל זענען ביידע געשטעלט געווארן אין איזאלירונג.

זיי זאגן אז ביז די טעסטס קומען צוריק ארבייטן זיי דערווייל נאכצוגיין מענטשען וועלכע זענען געקומען אין קאנטאקט מיט די צוויי, כדי צו זיין גרייט אין פאל די טעסטס קומען צוריק פאזיטיוו.

זיי האבן דערביי קלארגעשטעלט אז איבאולע איז א זאך וואס פארשפרייט זיך בלויז דורך דירעקטע קאנטאקט צווישן מענטשען און נישט אויף א לייכטע פארנעם ווי א צאל אנדערע דיזיזעס.

Filed underNews
Share this story