Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 7:10 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

אין די יעצטיגע מינוטן האבן זיך אנגעפאנגן שליסן די שטים ערטער אין א מערהייט פון אינדיאנא און קאנטאקי, די צוויי ערשטע סטעיטס צו שליסן

ביידע סטעיטס האבן איין סווינג קאנגרעס דיסטריקט, אבער געוואונער אין די צוויי סטעיטס וועלן נישט געמאלדן ווערן בעפאר 7:00, ווען די לעצטע שטים ערטער אין די סטעיט טוען זיך שליסן.

· 2 min read

7:00 ביינאכט גייען זיך שליסן אלע שטים ערטער אין גאנצע 6 סטעיטס, אריין גערעכענט דזשארדזשע, סאוט קאראלינא און ווירדזשיניע, און אזוי אויך אין פלארידא שליסן זיך דעמאלטס א מערהייט שטים ערטער, אריין גערעכענט עטליכע סווינג דיסטריקטס, אבער דארט גייט מען נישט מעלדן געוואונער בעפאר 8:00 ווען די לעצטע שטים ערטער שליסן זיך.

7:30 שליסן זיך די שטים בודקעס אין נארט קאראליינא, אהייא און וועסט ווירדזשיניע, וואס באדייט אז עס גייען אנפאנגן אריין קומען רעזולטאטן פון א צאל שליסל פארמעסטן.

צווישן די שליסל פארמעסטן וואס מען גייט דעמאלטס האלטן אן אויג וועלן זייןו די סענאט פארמעסטן אין דזשארדזשע, סאוט קאראליינא, נארט קאראליינא און אהייא, ווי אויך קאנגרעס פארמעסטן אין פלארידא, אינדיאנא, סאוט קאראליינא, ווירדזשיניע, אהייא און נארט קאראליינא.

8:00 ביינאכט איז א צענטער פונקט פון די וואלן נאכט, ווען עס שליסן זיך שטים ערטער אין נאנט צו האלב סטעיטס, אריין גערעכענט ניו דזשורסי, מעין, ניו העמפשיר, פענסלוועניע און די לעצטע חלקים פון פלארידא.

א מערהייט שטים ערטער אין מישיגען און אין טעקסעס שליסן זיך אויך דעמאלטס, צווישן זיי שטארק נאכגעפאלגטע קאנגרעס פארמעסטן, אבער טייל שטים ערטער אין די סטעיט זענען נאך אפן ביז 9:00 ביינאכט.

8:30 ביינאכט שליסן זיך די שטים בודקעס אין ארקענסא, א צייט ווען מען גייט האלטן א נאנטע אויג אויף די רעזולטאטן פון סענאט פארמעסטן אין פלארידא, מעין און ניו העמפשיר, און אויף קאנגרעס פארמעסן אין אלעבאמא, מעין, מישיגען, ניו העמפשיר, ניו דזשורסי, פעלענסלוועיע און טעקסעס.

9:00 ביינאכט קומט אריין נאך א כוואליע, ווען עס שליסן זיך די שטים ערטער אין 15 סטעיטס, צווישן זיי ניו יארק, אריזאנא, אייאווא, קענסעס, מישיגען, מינעסאטא און וויסקאנסין.

צווישן די פארמעסטן וואס מען גייט דעמאלטס אנפאנגן נאכפאלגן זענען סענאט פארמעסטן אין אייאווא, קענסעס, מישיגען, נעבראסקא און טעקסעס אין צוגאב צו קאנגרעס פארמעסטן אין ניו יארק און אנדערע סטעיטס.

10:00 ביינאכט שליסן זיך די שטים ערטער אין מאנטאנא, נעוואדע און יוטא וועלכע ברעגנן אויך צום טיש עטליכע סווינג קאנגרעס פארמעסטן, און 11:00 ביינאכט דארף פארטיג ווערן די שליסונג פון שטים בודקעס אין קאליפארניע, וואשינגטאן, איידעהא און ארעגאן.

קאליפארניע און וואשינגטאן זענען סטעיטס וואו א ריזן צאל מענטשען שטימען דורך די פאסט, און זייערע שטימען ווערן נישט געציילט ביים וואל נאכט, נאר עטליכע טעג שפעטער.

הערשט 12:00 ביינאכט שליסן זיך די שטים ערטער אין האוואאי און א מערהייט אלאסקא, און 1:00 ביינאכט די לעצטע שטים ערטער אין אלאסקא.

אלאסקא, א סטעיט וואו א גרויסע צאל שטימען וועלן זייער מעגליך געציילט ווערן הערשט אין די טעג נאך די וואלן, פארמאגט איינס פון די סענאט פארמעסטן וועלכע ווערן שטארק נאכגעפאלגט.

Filed underNews
Share this story