Tuesday, November 3, 2026Tue, Nov 3Updated 7:45 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

קאנגרעסמאן לאולער: די אמערדזשענסי בעלאטס אין וועסטשעסטער קאונטי גייען ווערן אפגענומען היינט ביינאכט דורך אומפארטייאישע וואל באאמטע

ער זאגט אז איינמאל די בעלאטס גייען דארט זיין גייען זיי געעפענט ווערן פארענט פון אדוואקאטן פון ביידע קאמפיינס, אויף א פארנעם אז קיינער וועט נישט קענען צווייפלן אין די אויסגעהאלטענקייט פון די ציילונג.

· 1 min read

לאולער זאגט אז ער איז אנטוישט מיט די פאסירונג אין וועסטשעסטער, אבער עס רעדט זיך פון א טעות און נישט פון עפעס בייזוויליג.

ער זאגט אז סיי ער און סיי זיין קעגנער פרוי קאנלי גרייטן צו געריכט פאפירן אז א ריכטער זאל באשטעטיגן די היינט נאכטיגע ציילונג פראצעדור, אריין גערעכענט די פאליציי עסקארט, און ער קוקט ארויס אז אלעס זאל גיין גלאטיג.

ווי ער זאגט קען מען זיך רישן אז די רעזולטאטן וועלן אריין קומען שפעטער ווי געווענטליך, אבער יעדער זאל זיין רואיג אז זייער שטימע וועט געציילט ווערן.

וועסטשעסטער קאונטי עקזעקאטיוו קען דזשענקינס זאגט, אז עס זענען פארהאן כאטש 250 טויזנט בעלאטס וועלכע זענען אפעקטירט דערפון.

וועסטשעסטער איז א שטארק דעמאקראטישע קאונטי און די חלק פון וועסטשעסטער אין לאולער'ס 17'ט דיסטריקט איז די איינציגסטע געגענט וואס ער האט פארלוירן ביי די 2024 וואלן, וואס באדייט אז קאנלי קען מער אפעקטירט ווערן פון די היינטיגע אנטוויקלונג.

Filed underNews
Share this story