אופען-עי-איי האט אויפגענומען דעם געוועזענעם סעקרעטערי פון די יו-עס ארמיי, דען דריסקאל
אופען-עי-איי האט אויפגענומען דעם געוועזענעם סעקרעטערי פון די יו-עס ארמיי, דען דריסקאל, צו דינען אלס א העכערער ראטגעבער איבערן מאדערניזירן די נאציאנאלע זיכערהייט.
אין זיין נייע פאזיציע וועט דריסקאל געבן עצות פאר אופען-עי-איי און זייערע שותפים ווי אזוי מען קען אויסניצן די "עי-איי" טעכנאלאגיע צו פארשטערקערן די פארטיידיגונג סיסטעמען, סייבער-זיכערהייט, און די אלגעמיינע נאציאנאלע זיכערהייט מעגליכקייטן.
דאס קומט נאכדעם וואס דריסקאל האט רעזיגנירט פון זיין פאסטן אין די ארמיי, נאך באריכטן איבער מיינונג-פארשידנהייטן וואס ער האט געהאט מיט פיט העגסעט בנוגע די פירערשאפט פון די ארמיי און די פריאריטעטן ביים מאדערניזירן די מיליטער.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



