האדמו"ר מזוטשקא פארט ארויס אויף א מסע הקודש "שערי שמים" קיין אייראפע
האדמו"ר מזוטשקא פארט ארויס אויף א מסע הקודש "שערי שמים" קיין אייראפע
צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת מיט אכט יאר צוריק, וועט כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א ארויספארן אויף א מסע הקודש צו די קברי צדיקים אין אייראפע, אינאיינעם מיט א ענגע צאל מקורבים נגידים ותומכים, וואס האבן זיך געלאזט קאסטן פאנטאסטישע סכומים פארן אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי זוטשקא אין בני ברק.
די מסע הקודש "שערי שמים" הייבט זיך אן דעם דאנערשטאג פרשת חיי שרה, נאכפאלגענדיג א מסיבת פרידה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש ברוב עם הדרת מלך. דאנערשטאג דורכ'ן טאג וועט מען פוקד זיין די קברי צדיקים אין קערעסטיר, אין בישטינא, אין רימנוב, אין דינוב, און אין ליזענסק. די הויכפונקט וועט זיין די מעמד התפילה ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי ר' מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין שטאט בישטינא, וואו דער רבי שליט"א האט נאך קיינמאל נישט מתפלל געווען ביז היינט.
שבת קודש וועט געפראוועט ווערן אין עיר הקודש ליזענסק, סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע, ערב שבת קודש וועט מען פוקד זיין דעם ציון הק' אין ליזענסק, און נאך שבת וועט מען פארזעצן די נסיעה קיין לובלין און קאזשניץ, בעפאר מען קערט זיך צוריק קיין ארץ ישראל מלא וגדוש מיט השפעות טובות.
שמחת בית בעלזא: ערשטע בן זכר געבוירן ביי הרה"ג ר' שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא
גאב"ד מאקאווא מכתיר געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר וומס"ב אלס אב"ד סענדרא
נייע סאטמארע בית המדרש געעפנט אויף בעיקערטאון אין קרית יואל
Are you sure you want to proceed with the purchase?
שרייבט אייך איין צו באקומען אונזערע טעגליכע אימעילס





